אויפן פריפעטשיק ברענט א פייערל און אין שטוב איז הייס,און דער רבי לערענט קליינע קינדערלעךדעם א'-ב'.פזמון:זאגט זשע קינדערלעך, געדענקט זשע טייערע,וואס איר לערענט דו.זאגט זשע נאכאמאל און טאקע נאכאמאל:קמץ א' אה.לערענט קינדער מיט גרויס חשק,אזוי זאג איך אייך אן;ווער סוועט גיכער פון אייך קענען עברי,דער באקומט א פאן(פזמון)לערענט קינדער האט נישט מורא,יעדער אנהייב איז שווער;גליקליך דער וואס האט געלערנט תורה,צי דארף א מענטש נאך מער?(פזמון)איר ווער, קינדער, עלטער ווערן,וועט איר אליין פארשטיין;וויפיל אין די אותיות ליגען טרערן,און וויפיל גוועיין..(פזמון)אז איר וועט, קינדער דעם גלות שלעפן,אויסגמוטשעט זיין,זאלט איר פון די אותיות כח שעפן,קוקט אין זיי אריין. (פזמון)
|